Nicotto Town



雨の灰の日曜日 尼百いち

maggio 10 sabato ☁︎☔︎24/14℃

朝寝朝酒朝湯

קלעזמער גענומען פֿון די ווערטער "כלי זמר", באַדייט אַלץ אונטער ייִדישער נגינה: מוזיק, טאַנץ און חתונה געזאַנגען. שטאַמט פֿון די ייִדן פֿון מזרח אייראָפּע אין די יאָרן 1500 אין ווייטער. אויך דער מוזיקאַנט וואָס שפּילט כּלי־זמר מוזיק הייסט אַ קלעזמער' (לשון־רבים: (קלעזמארים) בעיקר שפּילט מען טאַנץ ניגונים פֿאַר חתונות, און אויך בײַ אַ הכנסת ספר תורה.

קלעזמער טוט באַצייכענען:

א. אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן מוזיקער-אינסטרומענטאַליסט אָדער די עטלעכע מוזיקער פֿון אַזאַ מין, וועלכע שפּילן טראַדיציאָנעלע מזרח-אייראָפּעישע אשכנזישע מוזיק אויף ייִדישע שמחות.

ב. מוזיקער בכּלל, באַזונדערס פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם. 

ג.הײַנטצײַטיקער/הײַנטצײַטיקע מוזיקער וועלכע פּראַקטיצירן אַ שפילן, וואָס אימיטירט די טראַדיציאָנעלע כּלי־זמר-מוזיק ,אָפֿט איבערגעפֿלאכטן מיט הײַנטצײַטיקע מוזיק-טראַדיציעס פֿרעמדע פֿאַר טראַדיציאָנעלע כּליזמר.

ד. די מוזיק פֿון כּליזמר אָדער/און זייער מלאכה, ווי אויך אַלצדינג וואָס איז דערמיט פֿאַרבונדן /אויך 'כּליזמריי'/.

ה. אַן אייפעמיזם גענוצט /געוויינטלעך ניט באַרעכטיקט/ צו באַצײַכענען אַ יעדן מין פֿון ייִדישער מוזיק בכּלל, ניט נאָר די טראַדיציאָנעלע ייִדישע אינסטרומענטאַלע מוזיק בפרט.




月別アーカイブ

2025

2024

2023

2022

2021

2020

2019

2018

2017

2016

2015


Copyright © 2025 SMILE-LAB Co., Ltd. All Rights Reserved.